Äldresupporten (jiddisch)
- פֿאַר די אַלטע לײַט
מע קען זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דער אונטערשטיצונג פֿאַר די אַלטע לײַט װען מע װיל עצות און הילף כּדי צו קענען אָנפֿירן מיט אַ געזונט לעבן. איר קענט אויך קריגן הילף מיטן ניצן דיגיטאַלישע הילפֿמיטלען און אַפּליקאַציעס. די אונטערשטיצונג פֿאַר די אַלטע לײַט קענט אײַך אויך העלפֿן מיטן געזונט װען איר זענט צום װײניקסטן 65 יאָר אַלט. מיר אַראַנזשירן אַקטיװיטעטן פֿאַר אי אינדיװידן אי גרופּעס כּדי סע זאָל פּאַסן אײַער באַדערפֿענישן און װוּנטשן. מיר קענען אָנבאָטן געזונט־באַזוכן אין דער הײם, שטיץ און הילף מיט דיגיטאַלישער טעכנאָלאָגיע. מיר געבן אויף עצות און פֿאָרשלאָגן װאָס שײך באַטײַטיקע און געזונטע אַקטיװיטעטן און דערצו אויך אינפֿאָרמאַציע װעגן סאָציאַלע טרעפֿונגען.
דער ציל איז צו בײַשטײַערן אַ געזונטע עלטערונג און אַן אַקטיװ, באַטײַטיק טאָג־טעכלעך לעבן װוּ איר קענט זיך אָנטײלנעמען און זיך פֿילן זיכער.
שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז:
װיִאַ לולע קאָמונעס קינים־צענטער: 0920-453000
בליצפּאָסט: aldresupporten@lulea.se
װעב: lulea.se/aldresupporten
Sidan uppdaterades den 14 February 2023